און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען.
איך האב געבעטן טיטוסן, און האב מיטגעשיקט דעם ברודער. צי האט טיטוס אייך אויסגענוצט? צי האבן מיר דען נישט געהאנדלט אין דעם זעלביקן גייסט? צי נישט אין די זעלביקע פוסטריט?
נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג,
און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך.
נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.