12 ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט.
דעסגלייכן דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן, האט פארדינט אנדערע צוויי.
איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן.
ווער עס איז געטריי אינם קלענסטן, דער איז אויך געטריי אין א סך; און ווער עס איז אומגערעכט אינם קלענסטן, דער איז אויך אומגערעכט אין א סך.
איצט אבער פארענדיקט אויך דאס טאן; אז פונקט ווי איר האט געהאט דעם חשק צום וועלן, אזוי זאל אויך זיין די פארענדיקונג פון דעם, וואס איר האט.
ווארום (איך זאג) עס נישט, כדי אנדערע זאלן האבן א דערלייכטערונג און איר זאלט האבן באדריקונג, נאר אויס גלייכהייט:
נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג,
יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב!
דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;