וואס וועט געבן צו טרינקען איינעם פון די דאזיקע קליינע בלויז א טעפעלע קאלט וואסער אין דעם נאמען פון א תלמיד, באמת זאג איך אייך; ער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר!
איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך.
און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי.