Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 7:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 7:4
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.


און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות;


איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע;


אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע.


וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.


ווארום ווען איך זאל מיך אפילו אביסל מער בארימען מיט אונדזער רשות, וואס דער האר האט אונדז געגעבן צו אייער אויפבויאונג, און נישט צו אייער צעשטערונג, וועל איך נישט פארשעמט ווערן:


צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ.


א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.


האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט,


ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן.


ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.


און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט.


לויט מיין ערנסטער דערווארטונג און בטחון, אז איך וועל אין גארנישט פארשעמט ווערן, נאר אין יעדער מוטיקייט, ווי אלעמאל, אזוי אויך איצט, וועט משיח פארהערלעכט ווערן אין מיין לייב, סאי דורכן לעבן און סאי דורכן טויט.


כדי אייער בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע זאל פארמערט ווערן דורך מיין קומען צו אייך נאכאמאל.


נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען;


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען?


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


אזוי, אז מיר אליין בארימען זיך מיט אייך אין די קהלות פון ה׳, איבער אייער סבלנות און אמונה אין אלע אייערע רדיפות און צרות, וואס איר טראגט איבער; עס איז א באווייז פון ה׳ס גערעכטן משפט;


ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.


נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ