15 און זיין הערצלעכע ליבע איז זייער גרויס צו אייך, ווען ער דערמאנט זיך אייער אלעמענס געהארכזאמקייט, ווי איר האט אים אויפגענומען מיט יראה און מיט ציטערן.
א פרוי, ווען זי גייט צו קינד, איז טרויעריק, ווייל איר שעה איז געקומען; ווען אבער זי האט געבוירן דאס קינד, געדענקט זי מער נישט די אנגסט, צוליב דער פרייד, אז א מענטש איז געבוירן געווארן אין דער וועלט אריין.
און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן,
און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש.
ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם.
אייך איז נישט ענג אין אונדז, איר אבער זענט באגרענעצט אין אייערע אייגענע עמאציעס.
איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח;
ווארום ה׳ איז מיין עדות, ווי איך בענק נאך אייך אלעמען אין דער בארמהארציקייט פונם משיח יהושע/ישוע.
דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש;
קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;
און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען.
ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?