ב קארינטער בריוו 7:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
1 דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳.
און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט.
צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—
צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים,