Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 6:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 6:9
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים.


און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;


נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט.


איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.)


ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט.


איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.


ווארום עס שיינט מיר אויס, אז ה׳ האט אונדז, די שליחים, אויסגעשטעלט אלס (סאמע) לעצטע, ווי פארמשפטע צום טויט; ווייל מיר זענען געווארן א ספעקטאקל פאר דער וועלט און פאר מלאכים און פאר מענטשן.


און אויב אפילו איך בין פראסט אין רעדן, אבער נישט אין וויסן; נאר אויף יעדן אופן האבן מיר זיך אנטפלעקט אין אלעם צו אייך.


נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳.


דעריבער, וויסנדיק פון דער מורא פאר דעם האר, זוכן מיר איבערצוצייגן מענטשן, פאר ה׳ אבער זענען מיר אנטפלעקט; און איך האף, אז מיר זענען אויך אנטפלעקט אין אייערע געוויסנס.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ