און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.
האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.
ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים;