Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 6:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 6:5
48 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט געשיקט, און געלאזט יוחנן אפהאקן דעם קאפ אין תפיסה.


מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.


און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.


דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.


עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.


און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט.


די יידן אבער זענען געווארן אייפערזיכטיק און האבן גענומען אייניקע פארשוינען פון דעם גאסנגעזינדל, און איינגעזאמלט א המון, און געמאכט א מהומה אין דער שטאט; און שטעלנדיק זיך ארום יאזאנס הויז, האבן זיי געזוכט זיי ארויסצוברענגען פארן פאלק.


צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.


און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.


האט ער געזאגט: איך וועל דיך אויסהערן, ווען די אנקלאגער דיינע וועלן אויך (אהער) קומען; און האט באפוילן, מען זאל אים באוואכן אין הורדוסנס פאלאץ.


און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.


און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו.


און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.


און ער איז פארבלייבן גאנצע צוויי יאר אין זיין אייגענער געדונגענער דירה, און אויפגענומען אלע, וואס זענען אריינגעקומען צו אים,


און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה.


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


ביז צו דער איצטיקער שעה הונגערן מיר און דורשטן, און זענען נאקעט, און ווערן געשלאגן און האבן נישט קיין היים;


שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.


אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).


צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)—


אזוי, אז מיינע קייטן צוליב משיחן זענען אנטפלעקט געווארן אין דעם גאנצן פרעטאריום און אין אלע אנדערע (ערטער);


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים.


דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳,


פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן.


דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.


און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה;


זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.


איר זאלט וויסן זיין, אז אונדזער ברודער טימאטעוס איז באפרייט געווארן, מיט וועמען, אויב ער וועט קומען אין גיכן, איך וועל אייך זען.


האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ