Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 6:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 נישט געבנדיק קיינעם קיין מיכשול אין עפעס, כדי אונדזער עבודה זאל נישט ווערן צו שאנד;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 6:3
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.


ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.


און עס איז א סכנה, אז נישט בלויז אונדזער פאך וועט ווערן צו שפאט, נאר אפילו דער טעמפל פון דער גרויסער ג‑טין ארטעמיס וועט פאר נישט געאכט ווערן; און עס קען נאך זיין, אז עס וועט אוועקגענומען ווערן די מאיעסטעט פון איר, וועמען גאנץ (קליין) אזיען און די באוואוינטע וועלט דינט.


טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער.


אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח.


איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע.


ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.


אויסמיידנדיק דאס דאזיקע, אז קיינער זאל נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אונדז וואס שייך דער דאזיקער רייכער מתנה, וואס ווערט פון אונדז באזארגט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ