14 ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש?
אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.
און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט.
איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים.
באטריגט זיך נישט אליין; שלעכטע חברותא פארדארבן גוטע מידות.
איך האב אייך געשריבן אין א בריוו, אז איר זאלט זיך נישט מישן מיט זונים;
נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע!
א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר.
כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט,
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.