8 מיר זענען געטרייסט, און ווילן ליבער אויסוואנדערן פון דעם גוף און זיין אינדערהיים ביים האר.
האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!
האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!
איצט, אָ, האר, לאזטו דיין קנעכט גיין, לויט דיין ווארט, בשלום,
אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד.
און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין.
פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט.
דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע.
דעריבער זענען מיר תמיד געטרייסט און ווייסן, אז כל זמן מיר וואוינען אינם גוף, זענען מיר נישט אינדערהיים ביי דעם האר.
דערפאר שטרעבן מיר אויך, צי מיר זענען אינדערהיים צי מיר זענען ווייט, צו זיין וואוילגעפעלן פאר אים.
געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.
און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען;