ווארום איצט זען מיר אין א שפיגל, און אין רעטענישן; דעמאלט אבער פנים אל פנים; איצט דערקען איך טיילווייז, דעמאלט אבער וועל איך דערקענען, פונקט אזוי ווי איך בין אויך דערקענט.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.