און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.
און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.
ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל.
און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.
ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.