Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 5:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 5:10
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע.


ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.


אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.


איך רעד מענטשלעך צוליב דער שוואכקייט פון אייער פלייש; ווארום ווי איר האט איבערגעגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו טומאה און הפקר ביז הפקר, אזוי אויך איצט זאלט איר איבערגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו צדקות ביז קדושה.


דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.


איך זאג עס נישט, כדי (אייך) צו פארמשפטן; ווארום איך האב שוין פריער געזאגט, אז איר זענט אין אונדזערע הערצער, כדי צוזאמען (מיט אייך) צו שטארבן און צוזאמען צו לעבן.


וויסנדיק, אז וואס פאר א גוטס יעדער איינער וועט נישט טאן, וועט ער דאס זעלביקע באקומען פונם האר, סאי קנעכט סאי פרייער מענטש.


און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין;


זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע.


און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.


זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ