Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 4:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 4:2
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך.


וואס פאר א פרוכט האט איר דען דעמאלט געהאט? זאכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט; ווייל דער סוף זייערער איז דער טויט.


דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.


ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.


איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח.


און אויב אפילו איך בין פראסט אין רעדן, אבער נישט אין וויסן; נאר אויף יעדן אופן האבן מיר זיך אנטפלעקט אין אלעם צו אייך.


ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.


דעריבער, וויסנדיק פון דער מורא פאר דעם האר, זוכן מיר איבערצוצייגן מענטשן, פאר ה׳ אבער זענען מיר אנטפלעקט; און איך האף, אז מיר זענען אויך אנטפלעקט אין אייערע געוויסנס.


דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע;


ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן.


כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן;


ווארום עס איז אפילו א חרפה צו רעדן פון דעם, וואס זיי טאן אין פארבארגעניש.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ