13 און האבנדיק דעם זעלביקן גייסט פון אמונה, לויט וועלכן עס שטייט געשריבן; איך האב געגלויבט, דערפאר האב איך גערעדט (תהלים קטז, י.); גלויבן מיר אויך, און דעריבער רעדן מיר;
ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.
דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער.
אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט;
האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט,
אזוי ארום ווירקט דער טויט אין אונדז, דאס לעבן אבער אין אייך.
שמעון פעטרוס, א קנעכט און שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די, וועלכע האבן מקבל געווען די זעלביקע טייערע אמונה, ווי מיר, אין דער צדקות פון אונדזער ג‑ט און פון דעם גואל יהושע/ישוע המשיח: