11 ווארום מיר, די לעבעדיקע, ווערן צו יעדער צייט איבערגעגעבן צום טויט צוליב יהושען/ישוען, כדי ישועס לעבן זאל זיך אנטפלעקן אין אונדזער שטערבלעך פלייש.
און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך.
ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.)
איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
און ווי מיר האבן געטראגן דאס געשטאלט פון דעם ערדישן, אזוי וועלן מיר אויך טראגן דאס געשטאלט פון דעם הימלישן.
תמיד טראגן מיר ארום אין אונדזער לייב דאס שטארבן פון יהושען/ישוען, כדי דאס לעבן פון יהושען/ישוען זאל אנטפלעקט ווערן אין אונדזער גוף.
אזוי ארום ווירקט דער טויט אין אונדז, דאס לעבן אבער אין אייך.
ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן.
ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;