און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.)
מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת;
לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.