Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 3:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 3:7
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אלע, וואס זענען געזעסן אין סנהדרין, האבן מיט שפאנונג געקוקט אויף אים, און געזען זיין פנים ווי (עס וואלט געווען) דאס פנים פון א מלאך.


ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט.


ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה.


די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן,


און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דאס געבאט, וואס האט געזאלט זיין צום לעבן (ויקרא יח, ה.), איז מיר געווארן צום טויט;


ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳;


ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט.


ווען אבער דאס שלמותדיקע וועט קומען, וועט דאס טיילווייזע בטל ווערן.


ווייל איר האט זיך ארויסגעוויזן, אז איר זענט משיחס בריוו דורך אונדז צוגעגרייט, נישט מיט טינט, נאר מיט דעם גייסט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; נישט אויף שטיינערנע לוחות, נאר אויף פליישערנע לוחות פון הערצער.


וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.


וויאזוי זשע וועט דען נישט די עבודה פונם גייסט זיין מיט מער הערלעכקייט?


ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)


צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכוח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ.


ווארום איר זענט נישט געקומען צו קיין בארג, וואס מען קען אנרירן און וואס ברענט מיט פייער, און צו טונקלקייט און צו פינצטערניש און שטורם,


ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין.


וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ