17 דער האר אבער איז דער גייסט; און וואו עס איז דער גייסט פון דעם האר, דארטן איז פרייהייט.
דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן.
און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען.
ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
און אָט אזוי שטייט טאקע געשריבן: דער ערשטער מענטש, אדם, איז געווארן א לעבעדיקע זעל (בראשית ב, ז.); דער אדם האחרון צו א לעבעדיק מאכנדיקן גייסט.
און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.
וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.
און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!
צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.
ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.
ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.