10 ווארום אפילו דאס הערלעכע איז גארנישט געווען הערלעך אין דער מאס צוליב דער איבערוועלטיקנדיקער הערלעכקייט.
האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר.
ווארום אויב דאס, וואס פארגייט איז געווען מיט הערלעכקייט, א סך מער מיט הערלעכקייט איז דאס, וואס האט א קיום.
ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט!
ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן;
און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.