Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 2:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 2:12
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.


מיר האבן דעריבער געזעגלט פון טראאס און זענען געפארן אין א גראדער ריכטונג קיין סאמאטראציען, און דעם אנדערן טאג קיין נעאפאליס;


זענען זיי, פארבייגייענדיק מיסיען, אראפגעקומען קיין טראאס.


און עס זענען געווען א סך לאמפן אין דער אויבערשטוב, וואו מיר זענען געווען פארזאמלט.


פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳,


ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.


אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח.


און אזוי האט אויך דער האר מתקן געווען פאר די, וועלכע זאגן אָן די בשורה טובה, צו לעבן פון דער בשורה טובה.


ווארום אויב איך זאג אָן די גוטע בשורה, האב איך נישט מיט וואס זיך צו בארימען, ווייל עס ליגט אויף מיר א חוב; ווארום וויי איז מיר, ווען איך זאג נישט אָן די גוטע בשורה!


ווארום מיר שטרעקן זיך נישט צופיל אויס, ווי מיר וואלטן נישט דערלאנגט צו אייך; ווארום מיר זענען דאך געקומען אויך צו אייך אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח;


ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל.


אדער האב איך דערמיט געטאן א זינד, דערנידעריקנדיק זיך אליין, כדי איר זאלט דערהייבט ווערן, ווייל איך האב אייך אנגעזאגט די גוטע בשורה פון ה׳ בחינם?


אויב אבער אונדזער גוטע בשורה איז דאך פארהוילן, איז זי פארהוילן פון די, וועלכע ווערן פארלוירן;


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


און מיר האבן מיטגעשיקט מיט אים דעם ברודער, וועמעס לויב אין דער גוטער בשורה (גייט) איבער אלע קהלות;


און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען;


תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;


און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ