1 און איך האב ביי מיר אפגעמאכט דאס דאזיקע, נישט ווידער צו קומען צו אייך מיט עצבות.
און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.
און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.
בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
ווארום איך האב מיר פארגענומען גארנישט צו וויסן צווישן אייך, אחוץ יהושע/ישוע המשיחן, און אים אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים.
וואס ווילט איר? זאל איך קומען צו אייך מיט א רוט, אדער מיט ליבע און מיט דעם גייסט פון ענווה?
ווארום איך, הגם ווייט פון אייך וואס שייך דעם גוף, אבער מיט אייך אינם גייסט, האב שוין געמשפט, גלייך ווי איך וואלט געווען אנוועזנד, דעם, וועלכער האט דאס דאזיקע אזוי געטאן,
איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.
צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.
ווארום פון גרויס דריקונג און הארץ קלעמעניש האב איך צו אייך געשריבן און מיט א סך טרערן, נישט כדי אייך מצער צו זיין, נאר כדי איר זאלט דערקענען די ליבע, וואס איך האב אין א שפעדיקער מאס לגבי אייך.
ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן.