6 איך האף אבער, אז איר וועט זיך דערוויסן, אז מיר זענען נישט קיין פארווארפענע.
און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;
ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;
צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.
זוכט אייך אליין אונטער, צי איר זענט אין דער אמונה; פרובירט אייך אליין אויס. אדער ווייסט איר נישט אליין, אז יהושע/ישוע המשיח איז אין אייך? אחוץ אויב איר זענט פארווארפענע.
מיר זענען מתפלל צו ה׳, אז איר זאלט נישט טאן קיין שום שלעכטס; נישט כדי מיר זאלן זיך ארויסווייזן אלס באוויליקטע, נאר כדי איר זאלט טאן דאס גוטע, און מיר זאלן זיין ווי פארווארפענע.