14 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.
און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער.
ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.
דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער.
ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.
צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.
צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.
די האפענונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן.
נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.
ווייל ווען דו מאכסט א ברכה מיטן גייסט, וויאזוי וועט דער, וועלכער פארנעמט דאס ארט פון א נישט געלערנטן, זאגן אמן אויף דיין ברכה? ער ווייסט דאך נישט וואס דו זאגסט.
זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זיין מיט אייך.
צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך?
אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין,
ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
ווייל דורך אים האבן מיר, די ביידע, דעם צוטריט אין איין גייסט צום פאטער.
אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבויט פאר א וואוינונג פון ה׳ אינם גייסט.
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
שלום צו די ברידער, און ליבע מיט אמונה פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
אויב דעריבער סע געפינט זיך וואסער טרייסט אין דעם משיח, אויב א מיטגעפיל פון ליבע, אויב א חברותאשאפט פון דעם גייסט, אויב רחמים און בארעמהארציקייט,
וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע המשיח;
דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.
און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.
זאלט זיך אפהיטן אין ה׳ס ליבע, און האפן אויף דער בארעמהארציקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח צום אייביקן לעבן.