Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 12:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 12:15
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;


אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע.


און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך;


פארוואס? ווייל איך האב אייך נישט ליב? ה׳ ווייסט.


אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער.


און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר.


און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה.


אזוי ארום ווירקט דער טויט אין אונדז, דאס לעבן אבער אין אייך.


גיט אונדז אן ארט אין אייערע הערצער; מיר האבן קיינעם נישט געטאן קיין עוולה, קיינעם נישט געטאן קיין שאדן, קיינעם נישט אפגענארט.


איך זאג עס נישט, כדי (אייך) צו פארמשפטן; ווארום איך האב שוין פריער געזאגט, אז איר זענט אין אונדזערע הערצער, כדי צוזאמען (מיט אייך) צו שטארבן און צוזאמען צו לעבן.


טעג היט איר אפ און חדשים און זמנים און יארן.


נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען;


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער.


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ