Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 11:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 11:9
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.


ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח.


זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.


ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.


און איך פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען.


נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים,


ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳;


איך האב אבער געהאלטן פאר נויטיק צו שיקן צו אייך עפאפראדיטוסן, מיין ברודער און מיטארבעטער און מיטזעלנער, אייער שליח און דינער אין מיין נויט;


אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


זיי זענען געשטייניקט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן, דורכגעזעגט געווארן, געשטארבן דעם טויט פון דער שווערד, ארומגעגאנגען אין שאפן און אין ציגן פעל, געווען אין נויט, אונטערגעדריקט, שלעכט באהאנדלט,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ