Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 11:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 11:2
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.


אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.


ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה.


וויסנדיק, אז דער וועלכער האט אויפגעוועקט דעם האר יהושע/ישוע (פון די טויטע), וועט אונדז אויך אויפוועקן צוזאמען מיט יהושען/ישוען און שטעלן מיט אייך.


איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.


ווארום ה׳ איז מיין עדות, ווי איך בענק נאך אייך אלעמען אין דער בארמהארציקייט פונם משיח יהושע/ישוע.


פון אים דרשענען מיר, מזהיר זייענדיק יעדן מענטשן און לערנענדיק יעדן מענטשן מיט יעדער חכמה, כדי מיר זאלן אפערשטעלן יעדן מענטשן ווי שלמותדיק אינם משיח;


ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער,


די דאזיקע זענען עס, וואס האבן זיך נישט באפלעקט מיט קיין פרויען; ווארום זיי זענען (ווי) בתולות. די דאזיקע פאלגן נאך דאס לעמעלע, וואו עס גייט נאר. די דאזיקע זענען אויסגעקויפט געווארן פון צווישן די מענטשן, ווי ביכורים פאר ה׳ און פאר דעם לעמעלע;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ