Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 11:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 עס איז דעריבער נישט קיין גרויסע זאך, אויב אפילו זיינע משרתים פארקליידן זיך ווי משרתים פון צדקות; וועמעס סוף וועט זיין לויט זייערע מעשים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 11:15
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)?


וואס וועט יעדן פארגעלטן לויט זיינע מעשים: (משלי כד, ב.)


און פארוואס זאלן מיר נישט טאקע—ווי די, וואס באליידיקן אונדז באהויפטן, אז מיר זאגן—טאן דאס שלעכטע, כדי דאס גוטע זאל קומען? זייער משפט איז גערעכט.


אויב מיר האבן אייך פארזייט רוחניותדיקע זאכן, איז עס אזא גרויסע זאך, אויב מיר זאלן שניידן אייערע גשמיותדיקע זאכן?


ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח.


זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות.


ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט!


ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.


זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן.


און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.


ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן.


און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה.


זיי האבן איבער זיך א מלך, דעם מלאך פונם תהום; אויף לשון קודש הייסט ער אבדון, און אויף גריכיש האט ער דעם נאמען אפאליאן (פארדארבער).


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ