11 זאל אזעלכער דאס בארעכענען, אז וואס מיר זענען פונדערווייטנס דורך דעם ווארט פון בריוו, דאס זענען מיר אויך בפועל (ממש) ווען אנוועזנד.
ווייל מען זאגט: די בריוו טאקע זענען וואגיק און שטארק; אבער ער אליין איז שוואך, און זיין רעדן—פאראכטלעך (ציטירן ניטציטירן).
ווארום מיר וואגן נישט זיך צו פאררעכענען אדער פארגלייכן מיט אייניקע, וואס לויבן זיך אליין; נאר מעסטנדיק זיך מיט זיך אליין און פארגלייכנדיק זיך מיט זיך אליין, זענען זיי אומפארשטאנדיקע.
ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;
צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.