10 ווייל מען זאגט: די בריוו טאקע זענען וואגיק און שטארק; אבער ער אליין איז שוואך, און זיין רעדן—פאראכטלעך (ציטירן ניטציטירן).
ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.
ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.
און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:
זאל אזעלכער דאס בארעכענען, אז וואס מיר זענען פונדערווייטנס דורך דעם ווארט פון בריוו, דאס זענען מיר אויך בפועל (ממש) ווען אנוועזנד.
כדי איך זאל נישט אויסזען ווי איך וואלט אייך געוואלט אפשרעקן דורך מיינע בריוו.
צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ.
און אויב אפילו איך בין פראסט אין רעדן, אבער נישט אין וויסן; נאר אויף יעדן אופן האבן מיר זיך אנטפלעקט אין אלעם צו אייך.
ווייל איר פארלאנגט א באווייז, אז דורך מיר רעדט דער משיח, וועלכער איז נישט שוואך לגבי אייך, נאר א גיבור צווישן אייך;