ב קארינטער בריוו 10:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
1 און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:
זאגט דער טאכטער פון ציון: זע, דיין מלך קומט צו דיר, אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)
ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.)
איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען.