קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.
איך האב פארויסגעזאגט, און זאג פארויס, ווי בשעת איך בין געווען ביי אייך דאס צווייטע מאל, און איצט פונדערווייטנס, צו די, וואס האבן פריער געזינדיקט און צו די אלע איבריקע, אז ווען איך וועל ווידער קומען, וועל איך נישט שוינען;