18 נאר ה׳ איז געטריי, אז אונדזער ווארט צו אייך איז נישט יא און ניין.
יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט.
איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט.
יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.
איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.
דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר.
ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.
דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע;
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.
און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב: דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג:
און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב: דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.);