Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 1:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 1:1
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך;


ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.


טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום.


און גיט אפ שלום דער קהלה אין זייער הויז און גיט אפ שלום מיין געליבטן עפאנעטוס, וואס איז די ערשטע פרוכט צום משיח אין אזיען.


זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳;


ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין;


און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים,


מיין ליבע איז מיט אייך אלעמען אינם משיח יהושע/ישוע. אמן.


און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט.


ווארום דער זון פון דער אויבערשטער, יהושע/ישוע המשיח, וועלכער איז דורך אונדז געדרשנט געווארן צווישן אייך, דורך מיר און סילוואנוסן און טימאטעוסן, איז נישט געווען יא און ניין; נאר עס איז (תמיד) געווען יא אין אים;


איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.


אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא.


ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי.


פוילוס, א שליח, נישט פון מענטשן, נישט דורך א מענטשן, נאר דורך יהושע/ישוע המשיחן, און ג‑ט דעם פאטער, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע,


ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון צו די קדושים, וואס געפינען זיך אין עפעזוס און צו די מאמינים אינם משיח יהושע/ישוע:


פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים:


פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח: חסד צו אייך און שלום.


און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,


פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט אונדזער פאטער און אין האר יהושע/ישוע המשיח;


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע לויט דעם געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער, און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האפענונג,


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע,


פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים,


פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער,


איר זאלט וויסן זיין, אז אונדזער ברודער טימאטעוס איז באפרייט געווארן, מיט וועמען, אויב ער וועט קומען אין גיכן, איך וועל אייך זען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ