Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 6:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 אבער די, וואס ווילן רייך ווערן, פאלן אריין אין א נסיון און אין א נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע פארלאנגען, וועלכע דערטרענקען די מענטשן אין אונטערגאנג און פארדארבונג.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 6:9
42 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און דער, וואס איז געזייט צווישן די דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די זארג פון דער וועלט, און די פארפירערישקייט פון עשירות דערשטיקט דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.


ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.


און האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער.


זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק.


און די זארגן פון דער וועלט און די פארפירערישקייט פון רייכטום, און די תאוות נאך אנדערע זאכן דרינגען אריין און דערשטיקן דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.


אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳.


ווארום ווי א נעץ וועט ער קומען איבער אלע, וואס וואוינען אויפן פנים פון דער גאנצער ערד.


פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: דיין זילבער זאל בלייבן ביי דיר צו (דיין) פארדארבונג, ווייל דו האסט בדעה געהאט צו קויפן די מתנה פון ה׳ מיט געלט.


אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות,


וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים,


און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ.


ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.


די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן;


און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.


און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,


און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.


וויי איז צו זיי, ווייל זיי זענען געגאנגען אויף קינס דרך, און האבן זיך געווארפן אויף בלעמס פארפירונג פאר א לוין, און זענען אומגעקומען אין דער ווידערשפעניקייט פון קורחן!


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ