21 צו וועלכער אייניקע האבן זיך דערקלערט און האבן פארבלאנדזשעט פון דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך.
און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)
צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.
דער גרוס מיט מיין אייגענער האנט, פון (מיר) פוילוס. געדענקט מיינע קייטן. זאל דער חסד זיין מיט אייך. אמן.
האבנדיק אמונה און א גוט געוויסן, וועלכעס אייניקע האבן אוועקגעשטויסן פון זיך און געליטן שיפבראך בנוגע דער אמונה;
פון וועלכע אייניקע האבן אפגענייגט, און זיך געקערט צו פוסטע רייד,
ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.
וועלכע האבן אפגענייגט פון דעם אמת, זאגנדיק, אז עס איז שוין געווען תחית המתים; און קערן איבער די אמונה פון אייניקע.
זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.
גיב אפ שלום צו די, וועלכע האבן אונדז ליב אין דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען.
זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען. אמן.