15 וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים,
און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)
לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.
אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אן אויסלייזונג פאר אלעמען; דאס עדות זאגן דערפון זאל געגעבן ווערן אין דער געהעריקער צייט;
זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.
און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.