11 דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.
לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן.
דערפאר, געליבטע מיינע, זאלט איר אנטלויפן פון געצנדינסט.
שטרעבט נאך דער ליבע; און באגערט די רוחניותדיקע מתנות, נאר ליבער, אז איר זאלט נבואות זאגן.
אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף.
און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע.
זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט.
וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים.
אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן);
ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים.
אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ.
דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין צוריקגעהאלטנקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות,
כדי דער מענטש פון ג‑ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.
יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;
זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס, זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.