5 די ווירקלעכע אלמנה אבער און איינזאם האט בטחון אויף ה׳, און האלט אָן מיט תחינות און תפילות ביינאכט און בייטאג.
און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?
און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט.
צו וועלכער אונדזערע צוועלף שבטים, דינענדיק ה׳ בהתמדה יומם ולילה, האפן צו דערגרייכן. וועגן דער האפענונג ווער איך אנגעקלאגט פון די יידן, אָ קעניג!
און אין די דאזיקע טעג, ווען די תלמידים האבן זיך געמערט, איז געווארן א געמורמל פון די העלעניסטן קעגן די עברים, מחמת אין דער טאג טעגלעכער באדינונג זענען זייערע אלמנות פארנאכלעסיקט געווארן.
און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.
און ער האט איר געגעבן די האנט און זי אויפגעשטעלט, און גערופן די קדושים און די אלמנות, און זי אוועקגעשטעלט פאר זיי א לעבעדיקע.
דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער.
דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,
און איך וויל איר זאלט זיין אָן דאגות. דער נישט פארהייראטער קימערט זיך פאר די זאכן פונם האר, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן דעם האר;
און ער איז צעטיילט. און די נישט פארהייראטע פרוי און די בתולה זארגט זיך פאר די זאכן פונם האר, כדי זי זאל זיין הייליק סאי אינם קערפער סאי אינם גייסט; די חתונה געהאטע (פרוי) אבער זארגט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי זי זאל וואוילגעפעלן דעם מאן.
מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
איך בין דעריבער מזהיר, אז קודם כל זאלן תחנונים, תפילות, בקשות, דאנק, געטאן ווערן פאר אלע מענטשן;
אויב א גלויביקע (פרוי) האט אלמנות ביי זיך, זאל זי זיי פארזארגן, און נישט פאלן צו לאסט דער קהלה; כדי צו קענען פארזארגן די ווירקלעכע אלמנות.
גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות.
איך דאנק ה׳, וועמען איך דין פון מיינע אבות אָן מיט א לויטער געוויסן, אז אָן אויפהער האב איך דיך אין זכרון אין מיינע תפילות, ביינאכט און בייטאג.
ווארום אזוי האבן זיך אויך אמאל געצירט די הייליקע פרויען, וועלכע האבן געהאפט אויף ה׳, און זענען געווען אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער;