ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.
און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות;