Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 5:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 5:17
41 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט.


און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.


און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?


איך האב אייך געשיקט צו שניידן, וואס איר האט נישט באארבעט; אנדערע האבן געארבעט, און איר זענט אריינגעקומען אין זייער ארבעט אריין.


דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.


אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.


און האבן אונדז צוגעטיילט גרויס כבוד; און ווען מיר זענען אוועקגעפארן, האבן זיי אונדז מיטגעגעבן אלדאס נויטיקע.


אויב א מוכיח, אינם מוסר זאגן; דער געבער, מיט פרייגעביקייט, דער מנהיג, מיט פלייס; דער גומל חסד מיט מונטערקייט.


ווארום עס איז זיי וואוילגעפעלן, און זיי זענען זייערע בעלי חוב. ווייל אויב די אומות העולם האבן א חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאכן, זענען זיי מחייב זיי צו דינען אין גשמיותדיקע זאכן.


גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר.


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך.


ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.


און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!


דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים.


פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט.


זייט זשע אים מקבל אין דעם האר מיט יעדער שמחה; און טיילט צו כבוד אזעלכע ווי ער איז;


יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים.


(אויב אבער איינער ווייסט נישט ווי צו הערשן איבער זיין אייגן הויז, וויאזוי זשע וועט ער זארגן איבער דער קהלה פון ה׳?);


ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים.


פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.


גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.


אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;


קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ סיידן לויט צוויי אדער דריי עדות.


גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות.


דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות.


רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.


זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.


גיט אפ שלום אלע אייערע מנהיגים און אלע קדושים. די, וואס זענען פון איטאליען, געבן אייך אפ שלום.


געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ