Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 5:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 5:13
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.


ווי איך האב גארנישט פארהוילן פון אייך פון דעם, וואס איז נוצלעך, אז איך זאל עס נישט האבן געזאגט צו אייך, און אייך געלערנט, סאי עפנטלעך סאי פון הויז צו הויז,


און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך.


זיי פארדינען א משפט, ווייל זיי האבן פארווארפן זייער ערשטן גלויבן.


וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.


פון דעם זעלביקן מויל קומט ארויס א ברכה און א קללה. ברידער מיינע, אזוי דארף עס נישט זיין.


נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן;


דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ