Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 4:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 4:14
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.


דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.


און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט.


ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.


זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי.


דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.


דאס דאזיקע געבאט לייג איך פאר דיר, מיין זון טימאטעוס, לויט די נבואות, וואס זענען פריער געגאנגען אויף דיר, אז דו זאלסט ראנגלען דורך די דאזיקע דעם גוטן ראנגלעניש,


זארג וועגן די דאזיקע זאכן; באשעפטיק דיך מיט זיי, כדי דיין פארטשריט זאל זיין באשיימפערלעך קלאר פאר יעדן (איינעם).


די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג.


קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ סיידן לויט צוויי אדער דריי עדות.


גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין.


אזוי געראנגלן זיך דעם גוטן געראנגל פון דער אמונה, כאפ אָן דאס אייביקע לעבן, צו וועלכן דו ביסט גערופן געווארן און האסט באקענט די גוטע באקענונג פאר א סך עדות.


צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ