11 דאס זאלסטו באפעלן און לערנען.
דאס זאלסטו באפעלן, כדי זיי זאלן זיין אָן א פעלער.
און די, וועלכע האבן הארן מאמינים, זאלן זיי נישט מבזה זיין, ווייל זיי זענען ברידער, נאר זאלן זיי נאך מער דינען, ווייל זיי זענען מאמינים און געליבטע, וועלכע האבן א חלק אין דער מתנה (פון ה׳). דאס זאלסטו לערנען און מזהיר זיין.
רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.
די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.
עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;