Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 3:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 ווארום אויב זיי האבן גוט געדינט אלס שמשים, דערווערבן זיי זיך א גוטע שטופע און גרויס דרייסטקייט אין דער אמונה, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 3:13
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.


האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!


און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט!


און ווען ער איז געקומען צו די טרעפ, האבן די זעלנער אים געטראגן צוליב דעם געדרענג פון דעם המון;


און אלע, וואס זענען געזעסן אין סנהדרין, האבן מיט שפאנונג געקוקט אויף אים, און געזען זיין פנים ווי (עס וואלט געווען) דאס פנים פון א מלאך.


און דאס ווארט איז געפעלן דעם גאנצן עולם; און מען האט אויסדערוויילט סטעפאנוסן, א מאן פול מיט אמונה און מיט דעם רוח הקודש, און פיליפוסן און פראכארוסן און ניקאנאר און טימאן און פארמענאס, און ניקאלאאסן, א גר פון אנטיוכיא.


און סטעפאנוס, פול מיט גנאד און גבורה, האט געטאן גרויסע אותות און מופתים צווישן דעם פאלק.


און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים,


און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט.


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


דאס שרייב איך דיר, האפנדיק צו דיר צו קומען אין גיכן,


דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


ווארום ה׳ איז נישט אומגערעכט צו פארגעסן אייערע מעשים און די ליבע, וועלכע איר האט ארויסגעוויזן צו זיין נאמען דערמיט, וואס איר האט באדינט די קדושים און באדינט זיי נאך.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ