Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 2:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 2:10
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.


און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.


ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.


א פרוי זאל לערנען שטילערהייט מיט פולער הכנעה.


אויך אזוי די פרויען זאלן זיך צירן מיט באשיידענע קליידער, מיט שעמעוודיקייט און צניעותדיקייט; נישט מיט פלעכטן די האר, נישט מיט גאלד, אדער פערל, אדער טייערע מלבושים;


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.


אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים,


איך קען דיינע מעשים, און דיין ליבע און אמונה און עבודה און סבלנות, און אז דיינע לעצטע מעשים זענען מער ווי די ערשטע.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ