Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טימאטעוס בריוו 1:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טימאטעוס בריוו 1:17
48 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן!


און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.


און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)


קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.


וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?


ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג‑טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ:


און פארביטן די הערלעכקייט פון דעם אומשטארבלעכן ג‑ט מיט דער ענלעכקייט פון דעם געשטאלט פון א שטערבלעכן מענטשן און פון פייגל און פון פיר פיסיקע און קריכנדיקע ברואים.


אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.


צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.


אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך;


צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;


וועלכער איז דאס געשטאלט פון דעם אומזיכטבארן ג‑ט, דער בכור פון דער גאנצער באשאפונג;


דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען.


דו האסט אים אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים, מיט כבוד און הערלעכקייט אים געקריינט,


צו אים זאל זיין די הערשאפט לעלמי עולמים. אמן.


נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.


ה׳ האט קיינער קיינמאל נישט געזען; ווען מיר האבן ליב איינער דעם אנדערן, בלייבט ה׳ צווישן אונדז, און זיין ליבע ווערט פארפאלקאמט אין אונדז;


דעם איינציקן ג‑ט אונדזער רעטער, דורך יהושע/ישוע המשיחן דעם האר אונדזערן, זאל זיין כבוד, הערלעכקייט, קראפט און מאכט, פאר יעדער אייביקייט, און איצט, און אויף אלע אייביקייטן. אמן.


און זיי זינגען דאס ניגון פון משה (רבינו) ה׳ס קנעכט, און דאס ניגון פון דעם לעמעלע, אזוי צו זאגן: גרויס און וואונדערבאר זענען דיינע מעשים, האר, ג‑ט, אלמעכטיקער; גערעכט און אמת זענען דיינע דרכים, דו קעניג פון די פעלקער!


זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.


נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג‑ט;


און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.


און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך!


זאגנדיק: אמן; די לויב און דער כבוד און די חכמה און דער דאנק און די ערע און די מאכט און די קראפט געהערן צו אונדזער ג‑ט לעלמי עולמים. אמן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ