נאר דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכער שעה דער גנב קומט, וואלט ער נישט דערלאזט מען זאל איינברעכן אין זיין הויז.
צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.
צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—
איך קען דיינע מעשים, אז דו האסט א נאמען, אז דו לעבסט, און ביסט טויט. זיי וואך, און שטארק די איבריקע, וואס האלטן ביים שטארבן: ווארום איך האב נישט געפונען דיינע מעשים שלמותדיק פאר מיין ג‑ט.